א גאר היציגע און זעלטענע באגעגעניש איז נעכטן פארגעקומען אינעם אָוועל אָפיס צווישן פּרעזידענט טראָמפּ און די דעמאָקראַטישע פירער, סענאַט מינאַריטי פירער טשאָק שומער און הויז מינאַריטי פירער נענסי פּעלאָוסי.

די צוויי זייטן האָבן פּרובירן צו פאַרהאַנדלען א אָפּמאך אויף א אומפּאַרטייאישע שפּענדינג ביל, און דערמיט אָפּהאַלטן א מעגליכע רעגירונג שאָטדאַון. פּרעזידענט טראָמפּ האט זיך אַראָפּגעזעצט נאָכדעם וואס ער האט עטליכע מאל געסטראַשעט מיט א טאָטאַלע רעגירונג פאַרשפּאַרונג אויב קומען די דעמאָקראַטן נישט נאך זיינע פאַרלאַנגען צו פינאַנצירן דעם מעקסיקאַנער וואַנט, און דער מיטינג איז אַרויס פון די גלייזן פאָרנט פון די מידיא קאַמערעס און פאַרזאַמלטע זשורנאַליסטן. צווישן אַנדערן האָט טראָמפּ געזאָגט אַז ער פאַרשטייט אז פּעלאָוסי איז אין אַ האַקעלע פּאָזיציע, צוליב דער ליבעראַלער קעגנערשאפט קעגן איר, אבער זי האט עס אַוועקגעמאַכט, און געזאגט אז דער פּרעזידענט זאל נישט פאַרמינערן דעם הילכיגן זיג וואס די דעמאקראטן האבן אפגעהאלטן ביי די נאוועמבער וואלן.

דער הויכפונקט איז געווען ווען די געמיטער האבן זיך צופלאמט און די דעמאקראטישע פירער האבן עפנטליך קריטיקירט דעם פּרעזידענט, פּעלאָוסי האט אים באשולדיגט אין זאגן ליגנט, און שומער האט אים באשולדיגט אין "צאָרן אויסבראָכן" און אים פארגעווארפן אז ער ווארפט זיך מיט סטראשונקעס איבער א רעגירונג שאָטדאַון.

דורכאויס דער גאנצער זיצונג, איז וויצע פרעזידענט מייק פּענס געזעסן שטיל אויף זיין בענקל. נאך א לענגערע פארשעמענדע צירקוס, האט פּעלאָוסי זיך אנגערופן אז אפשר זאל מען נישט האבן די דעבאטע פארנט פון די פובליקום, און די מידיא איז גלייך פארשיקט געווארן.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל