א מאן וואס איז ערנסט באַפאַלן אַ פּאָליציי אָפיציר איז אין טורמע. דער איין און דרייסיג יעהריגער מובאַריק קאַדאַני איז פאַרשיקט געווארן צו 20 מאָנאַטן טורמע, נאָכ'ן זיך דערקלערן שולדיג פאַר'ן אורזאַכן קערפּערליכע שאָדן.
אָנגעהויבן האט זיך דאס ווען קאַדאַני איז אַרעסטירט געווארן אויגוסט 21 פאַר'ן אַטאַקירן א צווייטן, און איז אַריינגעברענגט געווארן צו די האַונסלאָו פּאָליציי סטאנציע. זייענדיג אין די פּאָליציי סטאַנציע, האט קאַדאַני אנגעגריפן פּי.סי. דזשעימס מעקגאַהאַן אין פנים מיט זיין עלננבויגן, צוברעכענדיג יענעמ'ס נאז. מעקגאַהאַן האט געפעלט צוויי וואכן פון ארבעט צוליב די אינצידענט.
מובאַריק קאַדאַני
די פולע אַטאַקע, אָפּגעכאַפט פון א סורוועילענס קאַמעראַ
הוסף רשומת תגובה