די רוסישע לויערקע נאטאלי וועסעלניטסקאיא, וועלכע איז געשטאנען אין צענטער פון די טראמפ קאמפיין אויספארשונג נאכדעם וואס זי האט זיך באטייליגט אין א זיצונג מיט פארשטייער פונעם קאמפיין איבער אנגעבליכע הילף פונעם קרעמלין מיט׳ן טרעפן נעגאטיווע אינפארמאציע אויף הילערי קלינטאן, איז געווארן אנגעקלאגט נעכטן אין ניו יארק דורך פעדעראלע פראקערורן איבער א באזונדערע קעיס. זי ווערט באשולדיגט אין וואשן געלט פאר א רוסישע פירמע, און אין פאבריצירן פאלשע דאקומענטן פון די רוסישע רעגירונג וועלכע האבן ריינגעוואשן די אנגעקלאגטע. זי איז געווען פארמישט אין א מאסיווע שווינדל - ארקעסטרירט דורך די העכסטע שישקעס אינעם קרעמלין - צו בארויבן אויסלענדישע אינוועסטירער אין רוסלאנד. דער שווינדל איז אויפגעדעקט געווארן דורך סערגעי מאגניצקי, א רוסישער-אמעריקאנער אדוואקאט וועלכער איז אומגעברענגט געווארן דורך פוטין, און דער באקאנטער "מאגניצקי געזעץ" ווערט גערופן אויף זיין נאמען.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה