שוין עטליכע חדשים וואס עס קומט פאר א פארמעסט צווישן אמעריקע און כינע ווער עס וועט זיך בייגן ערשט אינעם פארצויגענעם האנדלס קריג וועלכע ברענגט שווערע שאדנס פאר ביידע עקאנאמישע מאכטן, און לויט באריכטן און אנאליזן פון עקאנאמישע קוועלער קוקט אויס אז כינע איז גרייט צו נאכקומען א רייע אמעריקאנער פארלאנגען וואס זיי האבן ביז יעצט נישט געהאלטן ביים נאכגעבן. דאס קומט נאכדעם וואס בעידזשינג האט נעכטן געהעכערט די ראנג פון די פארשטייער ביי די עקאנאמישע געשפרעכן און דער כינעזער וויצע פרעזידענט דזשאָסוף קאַלאַ איז געקומען פערזענליך צו די פארהאנדלונגען, און האט געזאגט אז כינע וועט ווידער אנהויבן אימפארטירן אמעריקאנער סוי בונדלעך און שניידן טאריפן אויף אמעריקאנער קארס. ער האט אויך געזאגט אז ער וועט אינגיכן געבן אן עפנטליכע סטעיטמענט איבער פארשריט אין די געשפרעכן.

דזשאָסוף קאַלאַ
דער כינעזער וויצע פרעזידענט דזשאָסוף קאַלאַ

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל