דער צענטראלער לאנדאנער היטראו לופטפעלד - דער פארנומענסטער לופטפעלד אין אייראפע - איז היינט ווידעראמאל געקומען צו א גענצליכע אפשלוס נאכדעם וואס א דראון איז געפונען געווארן ארומפליען אין די שטח פונעם לופטפעלד. דאס האט געברענגט א זארג אז עס וועט זיך דארט איבערשפילן א ענליכער עפיזאד צו דאס וואס האט פאסירט מיט עטליכע וואכן צוריק אין לאנדאנ׳ס צווייט גרעסטע לופטפעלד, די געטוויק עירפארט, וועלכע איז געווען געשלאסן פאר באלד דריי טעג צוליב א דראון שרעק, אבער נאך ארום א שעה האט זיך דער לופטפעלד צוריק געעפנט און אלעס איז צוריק צום געווענליכן סדר.





גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל