אין ליכט פון דעם אינצידענט עטליכע וואכן צוריק, אין וועלכע איבער טויזענט פלי רייזעס זענען געקענסעלט געווארן און אפעקטירט 140,000 פאסאדזשירן אין דער געטוויק לופטפעלד, נאכדעם וואס דראונס זענען געזען געווארן ארומפליען העכער די לופטפעלד, האבן סיי היטראו און סיי געטוויק איינגעקויפט ספעציעלע אנטי דראון סיסטעמען, וועלכע קענען אטאמאטיש אראפשיסן דראונס וועלכע פליען העכער לופטפעלדער און שאפן א סכנה פון זיך אנשטויסן אין עראפלאנען. דער סיסטעם איז געבארגט געווארן ביים אינצידענט עטליכע וואכן צוריק פון א מדינת ישראל פירמע גערופן ראפאעל, דער סיסטעם ארבעט ענליך צום באקאנטן ״אייראן דאום״ סיסטעם, וועלכע מדינת ישראל נוצט אראפצושיסן אריינקומענדע ראקעטן פון עזה, א סיסטעם וואס כאפט אויף ווען א דראון פליט אריין העכער א לופטפעלד און שיסט דאס אטאמאטיש אראפ.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל