אויטאריטעטן אין בריטאניע הייבן זיך אן צו גרייטן צום מעגליכקייט אז בריטאניע וועט זיך ארויסציען פונעם אייראפעישן פאראיין אהן שליסן אן אפמאך איבער גרעניץ און האנדל, א זאך וואס קען זיין אן ערנסטע קאשמאר, וויבאלד עס מיינט - צווישן אנדערע - פולשטענדיגע און שטרענגע גרעניצן צווישן בריטאניע און אייראפע, א זאך וואס קען ברענגען שווערע אנלייגעניש ביים דאָווער פּאָרט וועלכע פארבינדט ענגלאנד און פראנקרייך. נעכטן האבן די בריטישע גרעניץ אויטאריטעטן דורכגעפירט א "דריל" ביים קאנאל צו אנאליזירן איר גרייטקייט פאר א נאו-דיל ברעקזיט, וועלכע הייבט אן אויסצוקוקן ווי א רעאליטעט נאכדעם וואס פרעמיער מיניסטארשע מעי פארמאגט נישט קיין שטיצע אינעם פּאַרליאַמענט פאר׳ן ברעקזיט אפמאך וואס זי האט אויסגעהאמערט מיט אייראפע.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל