פארשטייער פון די אפגאניסטאנער טאליבאן האבן זיך געזאלט טרעפן מארגן מיט אמעריקאנער פארשטייער פאר געשפרעכן אין קאטאר; דאס וואלט געווען די פערטע רונדע פון געשפרעכן צווישן אמעריקע און טאליבאנער פארשטייער אין א פרואוו צו טרעפן א פאליטישע לעזונג צו ענדיגן דעם זיבעצן יעריגער קריג אין אפגאניסטאן. אבער היינט האבן פארשטייער פון די טאליבאנער געמאלדן אז זיי ענדיגן די געשפרעכן, וויבאלד אמעריקע איז אנטשלאסן אז פארשטייער פון די אפגאנער רעגירונג זאלן זיך באטייליגן ביי די געשפרעכן, און די טאליבאנער ווילן אפהאלטן דירעקטע געשפרעכן בלויז מיט אמעריקע וויבאלד זיי באטראכטן די אפגאניסטאנער רעגירונג אלס אומלעגיטים.

אפגאניסטאנער טאליבאן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל