דער טערקישער פרעזידענט ראסיפ טאיעפ ערדאוואן האט אין א רעדע שארף אראפגעריסן דעם נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער דזשאן באלטאן איבער זיינע עפנטליכע סטעיטמענטס וואס ער האט געזאגט זייענדיג אויף א באזוך אין מדינת ישראל. באלטאן האט - צווישן אנדערע - געזאגט אז אמעריקע האט פארלאנגט פון טערקיי א פארשפרעכונג אז זי וועט נישט טשעפען די קורדישע קעמפער אלס א תנאי פאר א ריקצוג פון סיריע. ערדאוואן האט באצייכנט די קורדישע קעמפער אלס טעראריסטן, און געזאגט אז ווי עס שיינט ווייסט נישט באלטאן פון וועמען עס האנדלט זיך, און האט באצייכנט זיינע קאמענטארן אלס א ביטערער טעות, און געזאגט אז ער וועט נישט אננעמען אזעלכע באדינגונגען.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה