מעיאר דעבלאזיא האט דעם דאנערשטאג געגעבן זיין אפיציעלע סטעיט אוו די סיטי רעדע ווי ער האט פארגעשטעלט זיין פלאן פאר 2019. דער מעיאר האט - צווישן אנדערן - געמאלדן אז די סיטי וועט אויפשטעלן א ספעציעלע פענסיע פאנד פאר ארבעטער וואס באקומען נישט קיין פענסיע פון ארבעטסגעבער, פארברייטערן די 3-קעי פראגראם צו צושטעלן שולע פאר דריי יעריגע קינדער, און צושטעלן אומזיסטע ברילן פאר קינדער ביז זעקס יאר אלט.

דעבלאזיא האט אויך פארשפראכן אז דער סיטי וועט זיך אומגיין גאר שטרענג מיט לענדלארדס וואס זענען אומ'יושר'דיג צו טענענטס, זאגנ'דיג זיי וועלן געהאלטן ווערן פאראנטווארטליך סיי דורך געלט שטראפן און אפילו דורך צונעמען זייערע געביידעס. דערנאך האט דעבלאזיא געמאלדן אז דער סיטי וועט גרינדן א ספעציעלע אפיס וואס וועט פארטיידיגן טענענטס, דער מעיאר האט אויפ'ן פלאץ אויסגעפירט דער דאזיגער צוזאג און בשעת דער רעדע דראמאטיש אונטערגעשריבן אן עקזעקוטיווע ארדער צו פארמירן דער טענענט פארטיידיגונג אפיס.

דער מעיאר האט פארענדיגט דער רעדע אז מיט זיין נייע וויזיע וועט ניו יארק ווערן דער מערסט יושר'דיגער גרויסער שטאט אין אמעריקע.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל