בעפאר דער מעיאר האט געגעבן זיין אפציעלע סטעיט אוו די סיטי רעדע, האט דער מעיאר פארגעשטעלט פאר די פארזאמלטע א פרעזענטאנציע איבער ניו יארקער איינוואונער, צווישן אנדערן האט פראמינענט פיגורירט א פארשטעלונג ווי מען זעט ווי א חסידישע אינגערמאן לערנט מיט זיין זון גמרא. דער דאזיגער פארשטעלונג איז געווען גאר א שטארקער מאראלישער חיזוק פאר ישיבות און דעם חינוך הטהור וועלכע איז לעצטנס געקומען אונטער אטאקע פון פארשידענע ריכטונגען.

דער פרעזענטאציע האט אויך ארויסגעהויבן די געוואלדיגע פעולות החסד פון דער משביע פאלקס קיך אין בארא פארק, עפעס וואס האט געמאכט א געוואלדיגער קידוש השם און איבערגעלאזט גאר א פאזיטיווע בליק איבער חרדישע אידן אויף די פארזאמלטע מאסן.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל