א געווענזענער נאצי לאגער וועכטער וועלכער איז דערפארטירט געווארן מיט א האלבע יאר צוריק פון קווינס ניו יארק קיין דייטשלאנד, איז געשטארבן.

דזשאקי פאליג איז געווען שטאטלאז, דאס הייסט נישט קיין בירגער פון קיין שום לאנד, זינט 2003 ווען אמעריקע האט אנולירט זיין פאספארט. פארט אבער איז געווען זייער שווער אים צו דעפארטירן פון אמעריקע ווייל ער האט נישט באזיצט קיין אנדערע פאספארט.

דער נאצי לאגער וועכטער פאליג איז דעפארטירט געווארן נאך א פארארדענונג פון פרעזידענט טראמפ וועלכער האט געארבעט אז דייטשלאנד זאל אקצעפטירן אריינצונעמען פאליג כאטש ער האט נישט פארמאגט קיין דייטשע בירגערשאפט. פאליג וועלכער איז שוין דעמאלסט געווען אלט און קראנק, איז דעם דאנערשטאג געשטארבן.

זעהט מער אינפארמאציע



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל