א אנטיסעמיטישע אינצידענט האט זיך אפגעשפילט אויף א ספיריט עירליין פליגער, ווען א חרדי'שער פארפאלק איז פארפאלגט געווארן געווארן דורך די מאנשאפט דורכאויס א רייזע פון ניו יארק קיין פלארידע, און דערנאך אראפבאגלייט געווארן דורך פאליציי ביים לאנדן אין פלארידע אויף דער פארלאנג פון די פלי מאנשאפט.

דער אינצידענט האט זיך אנגעהויבן ווען דער פארפאלק האט מיט ערלויבעניש פון לופטפעלד איינגעשטעלטע ארויפגעברענגט א דונא קינדער וועגעלע אויף דער פליגער, אבער ביים ארויפקומען האט א פלייט אטענדענט פארלאנג אז דער וועגעלע דארף אראפגיין פון דער פליגער, כאטש זיי האבן אנגעוויזן אויף דעם אז דער וועגעלע קען צוזאמגעלייגט ווערן ווי א קאר זיץ. אבער וואס האט דאס מערסטע ערשיטערט דעם פארפאלט איז געווען ווען א צוויטע פאסאדזשיר האט זיי פארציילט אז ער האט געהערט ווי א פלייט אטעדענט האט זיך אויסגעדרוקט צום צווייטן ''צודרייטע אידן''.

א ווארטזאגער פון ספיריט עירליינס האט פארשפראכן אז דער לופטליניע וועט דורכפירן גרינליכער אויספארשונג איבער דעם אינצידענט.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל