דער געוועזענער טראמפ אדוואקאט מייקל קאהען וועלכע איז פאראורטיילט געווארן פארלאפענעם דעצעמבער צו דריי יאר טורמע, האט איינגעשטימט אויפצוטרעטן פאר א קאנגרעס קאמיטע צו ענטפערן פראגעס איבער מעגליכע צוזאמארבעט צווישן דער רוסישער רעגירונג מיט דער טראמפ קאמפיין אין 2016.

דער פארזיצער פון דער קאנגרעסיאנאלע איבערזיכט קאמיטע קאנגרעסמאן עליידזשע קאמינגס האט אין א סטעיטמענט זיך באדאנקט פאר מייקל קאהען פאר'ן וואלונטירן אויפצוטרעטן פאר קאנגרעס. איינע פון די פראגן וואס איז ערווארטעט געשטעלט צו ווערן פאר קאהען, איז איבער א זיצונג אין 2015 מיט א רוסישער בירגער ווי עס איז דיסקוסירט געווארן דאס אויפבויען א טראמפ טורעם אין מאסקוווע, און לויט א געריכט פאפירן אריינגעגעבן דורך דער ספעציעלער אויספארשער ראבערט מולער האט דער רוסישער בירגער אנגעטראגן פאר קאהען ארויסצוהעלפן מיט דער טראמפ פרעזידענטליכער קאמפיין.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

Post a Comment

Previous Post Next Post