א דאקטארקע אין דעם קליוולאנד קליניק אין אהייא איז אויפגעזאגט געווארן, ווען אנטיסעמיטישע קאמענטארן וועלכע זי האט געשריבן אין די פארגאנגענהייט אויף דער אינטערנעט זענען יעצט פארשפרייט געווארן און געשאפן א שטורעם. דער דאקטאקע מיט'ן נאמען לאורא קאלעב, וועלכע האט געארבעט אין דעם קליניק זינט פארגאנגענעם יולי, האט געשריבן אין איינע פון די מעסעדזשעס אין יאנואר 2012 ווען זי איז געווען א מעדיצינישע סטודענט אז ''איך וועל דווקא געבן די נישט ריכטיגע מעדיצינען פאר פאר יעדע יאהוד'' (איד אין אראביש). דער קליניק האט נעכטן אפציעל ארויסגעבן א סטעיטמענט אז דער דאקטארקע איז אויפגעזאגט, שרייבנדיג צווישן אנדערן אז דער דאזיגער אינדיוויעל טוט מער נישט ארבעטן פאר אונז און אירע מיינענונגען טוען נישט רעפלעקטירן אונזערע מיינונגען און אונזער קולטור.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל