פונקטליך זיבן סעקונדן נאך צוועלעף אזייגער נעכטן מיטל-נאכט, איז געבוירן א קינד א אידיש קינד למזל טוב אין דער לאנג איילענד דזשואיש מעדיקעל צענטער, זייענדיג דער ערשטער קינד געבוירן צו ווערן אין דעם שפיטאל אין יאר 2019 למספרם, און פון די ערשטע קינדער געבוירן צו ווערן דעם יאר אין גאנץ ניו יארק סטעיט. "דאס איז די נאנטסטע וואס איך קען געדענקען", האט זיך א שפיטאל ווארטזאגער וועלכע ארבעט שוין פאר 22 יאר פאר דער שפיטאל אויסגעדרוקט.

לויט ווי די פרעסע האט באריכטעט, האט דאס קינד - וועלכער איז געבוירן געווארן צו דער דארדיק פאמיליע פון דער קיו גארדען הילס געגנט אין קווינס - דערווייל נישט קיין נאמען, ווייל די עלטערן וועלן ערשט געבן א נאמען ביים ברית.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל