דער קאלענדער יאר 2018 למספרם האט זיך נעכטן געענדיגט מיט אן אפגעשוואכטן סטאק מארקעט וועלכע איז געגאנגען אויף א "ווילדן רייד" דעם פארלאפענעם יאר, און נאכ׳ן ברעכן רעקארדס איז זי געפאלן צו היסטאריש נידריגע שטאפלן אין די לעצטע וואכן, שליסנדיג דעם יאר מיט שווערע פארלוסטן פאר אלע אינדעקס. דער דאו האט פארלוירן ארום 5.6 פערצענט און דער ארגסטער דעצעמבער אויף איר רעקארד אין ארום 100 יאר. דער עס-ענד-פי האט פארלוירן איבער 6 פערצענט און דער נעסדעק ארום 4 פערצענט. היינט אינדערפרי האבן זיך די מארקעטס עטוואס צוריקגעכאפט, א דאנק פרישע פאזיטיווע נייעס איבער דעם האנדלס קריג צווישן אמעריקע און כינע.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל