א וואונדערליכע רעטונג געשיכטע איז היינט פארגעקומען אין רוסלאנד, ווען רעטונג ארבייטער האבן צו זייער וואונדער ארויסגעשלעפט פון אונטער די ברוכווארג פון א צען שטאקיגע געביידע א פיצל קינד אונטער א יאר אלט, און ער געפונט זיך אין א גוטן צושטאנד, טראץ דעם וואס ער איז געליגן איבער 35 שטונדן אונטער ברוכווארג. דאס האט פאסירט ביים נישטערן אין די ברוכווארג פון א צען שטאקיגע געביידע, וואס איז איינגעפאלן דעם זונטאג אינעם רוסישן שטאט מאגניטאקארסק אין דעם אוראל בערג ראיאן פון א גאז אויפרייס. דאס קינד איז דער פינפטער איבערלעבער צו געראטעוועט ווערן. דערווייל זענען 36 מענטשן ווארשיינליך אונטער די ברוכווארג, און אויטאריטעטן זאגן אז די שאנסן זענען גאר נידריג צו טרעפן נאך איבערלעבער.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל