נעכטן איז איבער די וועלט געפייערט געווארן דעם נייעם יאר למספרם מיט פאראדעס און פייערונגען וועלכע זענען נאטורליך א ציל פאר בייזווייליגע עלעמענטן, און עס איז טאקע באריכטעט געווארן אז אין מאנטשעסטער האט א פארשוין ארויסגענומען א מעסער אין די עפנטליכקייט שרייענדיג דערביי ״אללא-הוא-אקבאר״ און דערביי פארוואונדעט 3 מענטשן, אלע דריי זענען שווער פארוואונדעט אבער נישט אין א לעבנסגעפאר. דער פארשוין איז ארעסטירט געווארן און קלארגעשטעלט אז דאס איז געווען אן אקט פון טעראר אלס נקמה אויף אנגעבליכע קריגס פארברעכנס פון בריטאניע אינעם מיטל מזרח. אויך אין טאקיא יאפאן איז באריכטעט געווארן, אז א פארשוין איז בייזוויליג אריינגעפארן מיט זיין קאר אין א גרופע וועלכע האבן געפייערט אין די גאסן און פארוואונדעט עטליכע.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל