אין זיין רעדע צום נייעם יאר, האט דער דעספאט פון צפון קארעא אנגעדייטעט אז ער האט פארלוירן דעם געדולד אין די געשפרעכן מיט אמעריקע איבער אנטוואפענען זיין לאנד פון די נוקלעארע זאפאסן, זאגנדיג - צווישן אנדערע - אז אויב אמעריקע וועט נישט אראפנעמען די סאנקציעס וועט זיין רעזשים זוכן א "נייעם וועג" זיך צו באשיצן, א ווארשיינליכע אנדייטונג אז ער וועט ווייטער אנטוויקלן נוקלעארע וואפן. דער רעזשים אין צפון קארעא טוט שוין פון אנהויב אין די געשפרעכן אנדייטן אז זיי ווילן אז ערשט זאל אראפגענומען ווערן די סאנקציעס אלס תנאי צו אנהייבן די פארהאנדלונגען, אבער אמעריקע האט קלארגעשטעלט אז די סאנקציעס בלייבן אין פלאץ ביז צפון קארעא הייבט נישט אן דעם אנטוואפענונג פראצעדור, אויס זארג אז זיי זענען נישט ערנסט און ווילן בלויז שלעפן צייט און צונישט מאכן די סאנקציעס. ער האט אבער צוגעלייגט אז ער איז נאך אלס גרייט זיך צו טרעפן סיי ווען מיט דאנעלד טראמפ.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל