די פאראייניגטע שטאטן און מדינת ישראל האבן געמאלדן א פאראייניגטע באשלוס צו זיך אפטיילן פון די יו-ען קולטורעלע אגענטור יונעסק"א, אלס פראטעסט פאר דעם וואס די אגענטור טוט דיסקרימינירן קעגן מדינת ישראל אויף א סיסטעמאטישע פארנעם. דער פראצעדור זיך צו ארויסציען האט זיך שוין אנגעהויבן אינמיטן יאר, און איז געווארן אפיציעל מיט׳ן אריינקום פונעם נייעם קאלענדער יאר. איראניש אז דער אמעריקאנער סטעיט דעפארטעמנט האט נישט געקענט רעאגירן צו די נייעס צוליב דעם שאטדאון, אבער עס ווערט געשאצט אז אמעריקע וועט פארבלייבן דארט אלס א "נישט מיטגליד לאנד" און אלס אבזערווירער, וויבאלד אין די לעצטע מאנאטן האבן זיי איינגעפירט רעפארמען צו אדרעסירן די זארגן פון אמעריקע און מדינת ישראל איבער איינזייטיגקייט.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל