קרית יואל - די ווילעדזש פירער האָבן אָנגעהויבן דעם פּראָצעדור פון אַנעקסירן 62 עיקערס פונעם נייעם "טאַון אָוו פּאַלם-טרי", צו פאַראייניגן די גרעניצן פון די ביידע מוניציפּאַליטעטן אַז זיי זאָלן פונקציאָנירן אונטער איין רעגירונג-סיסטעם, אין אַ פאַרזוך צו שפּאָרן געלטער דורך עלימינירן אַן איבעריגע באָורד ביי די ענדע פון פּאַלם טרי'ס ערשטער יאָרגאַנג.

דער נייער טאַון וואָס האָט אָנגעהויבן צו פונקציאָנירן דעם פאַרגאַנגענעם יאַנואַר 1 דורך אַ פרישע באָורד און אַ סופּערווייזער ווי עס פאַלאַנגט דאָס געזעץ, האט שוין דורכגעפירט איר ערשטע בודזשעט, אַ 1.1 מיליאָן דאָלער פּלאַן וואָס האַלט אָן די זעלבע שטייער-ראַטע וואָס די קרית יואל באָדן-אייגנטימער האָבן באַצאָלט דעם פאַרגאַנגענעם יאָר צו די טאַון-אָוו-מאָנראָו.

דער קומענדיגער אַקט פון די טאַון-באָורד צו פאַרוואַנדעלען פּאַלם-טרי טאַון אַלס "קאָוטערמיינעס" מיט'ן קרית יואל ווילעדזש, וואָס וועט געבן די מעגליכקייט פונעם טאַון און ווילעדזש צו פונקציאָנירן אונטער איין רעגירונג-סיסטעם און איין גרופּע פון ערוועלטע באַאַמטע. אָבער כדי דאָס דורכצופירן פאַרלאַנגט עס, אז דער ווילעדזש זאָל ערשט אַנעקסירן די 62 עיקערס וואָס געפינט זיך אינדרויסן פון אירע גרעניצן אָבער זענען אַריינגערעכנט אין פּאַלם-טרי'ס טעריטאָריע ווען מאָנראָו וויילער האָבן באַשטעטיגט איר שאַפונג ביי אַ רעפערענדום אין 2017.

אַ "קאָוטערמיינעס" רעגירונג וועט שפּאָרן אַסאַך שטייער-געלטער אויסגאַבן, וואס פאַר די איינוואוינער באַדייט עס אַז זיי וועלן דאַרפן באַצאָלן שטייערן בלויז פאַר איין רעגירונג. אָבער דאָס מיינט נישט, אַז די טאַון שטייערן וועלן גענצליך עלימינירט ווערן. נאָך-אַלעם זענען דאָ פונקציעס וואָס ווערן צוגעשטעלט בלויז דורכ'ן טאַון און נישט דורך אַ ווילעדזש, אָבער עס וועט נישט זיין די אויסגאַבן וואָס עס קאָסט פאַר אַ באַזונדערע רעגירונג, ווייל די זעלבע באַאַמטע וועלן דינען אויף ביידע פּאָזיציעס אד"ג.

די ערשטע פאָרמאַלע שריט אין די ריכטונג איז גענומען געוואָרן די פאַרגאַנגענע וואָך מיטוואָך, ווען די באָדן-אייגענטימער אין די 62 עיקערס האָבן אַריינגעגעבן אַן אַנעקסעישאָן פּעטיציע צום ווילעדזש. ווי עס שטעלט זיך אַרויס, האָט פּאַסירט אַ טעכנישער טעות ביים באַצייכענען די פריש-צוגעקומענע באָדן פונעם טאַון-אָוו-מאָנראָו צום פּאַלם-טרי טאַון אלס 56, ווען פאַקטיש באַטרעפט עס 62 עיקערס. די אורזאַך פונם טעות איז אומקלאָר.

ווי נאָר די אַנעקסעישאָן ווערט באַשטעטיגט דורך די ווילעדזש-און טאַון- באָורדס, וועלן די קרית יואל וויילער מוזן שטימען אין אַ רעפערענדום — ווארשיינליך דעם קומענדיגן אין נאָוועמבער — צו עלימינירן איינע פון די באָורדס.

אַ "קאָוטערמיינעס" טאַון-ווילעדזש איז אַן איינציגע פאָרמאַט פון אַ לאָקאַלע רעגירונג אָרגאַניזאַציע, ווען געאָגראַפיש טיילן זיך טאַון און ווילעדזש מיט די זעלבע גרעניצן. געוואָנדן וויאַזוי די געמיינזאַמע אַפּאַראַט איז געשאַפן געוואָרן, פונקציאָנירן דער טאַון און דער ווילעדזש צוזאַמען אַלס אַן איין-לאָקאַלע-רעגירונג אָדער ווי צוויי באַזונדערע לאָקאַלע רעגירונגען.

ווען עס איז אַן איין-אַפּאַראַט רעגירונג, דינט די רעגירונג קערפּערשאַפט פון איין אַפּאַראַט אַלס די רעגירונג קערפּערשאַפט פון די אַנדערע אַפּאַראַט. אַלס רעזולטאַט וועלן ביידע רעגירונגען פונקציאָנירן אונטער איין פאָרמאַט, אָדער טאַון אָדער ווילעדזש, וואָס עלימינירט די אַנדערע אַדמיניסטראַציע קאָסטן. ווען די געמיינזאַמע קערפּערשאַפטן פונקציאָנירן ווי צוויי לאָקאַלע רעגירונגען, ווערן ערוועלט אָדער נאָמינירט באַזונדערע באַאַמטע און באָורדס, און ביידע קערפּערשאַפטן - טאַון און ווילעדזש - פאַרמאָגן פירנדע אויטאָריטעט.

דערווייל פאַרמאָגט ניו יאָרק סטעיט פינף געמיינזאַמע טאַון-ווילעדזש רעגירונגען: מאַונט-קיסקאָ, העריסאָן און סקארסדעיל — אַלע 3 אין וועסטשעסטער-קאַונטי; גרין-איילענד אין אָלבאַני-קאַונטי, און איסט-ראַטשעסטער אין מאָנראָו-קאַונטי.


גענומען מיט רשות פון ק"י וואכנשריפט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל