ניו יארק סיטי געהילף העלט אימונזאציע קאמישאנער דזשעין צוקער האט דאנערשטאג געווארענט קעגן די אומפאראנטווארטליכע אויפפירונג פון געוויסע עלטערן וואס שיקן זייערע קינדער צופרי אויף די סקול באסעס, וויסענדיג אז מ'וועט די קינדער באלד אהיימשיקן, מ'וועט זיי נישט אריינלאזן אין די קלאסן, ווייל זיי זענען נישט וואקסינירט, אבער אין צוגאב צו דעם פּיין און שאנדע וואס מ'שאפט פאר די קינדער, שטעלט דאס אויך די אנדערע קינדער אויפ'ן סקול באס אין א געפאר, ווי מ'האט שוין געזען פאריגע וואך אז אין איינע פון די פרישע באשטעטיגטע מיזעלס פאלן איז עס געווען אזא קינד וואס האט נישט געהאט די מיזעלס וואקסינאציע אבער איז געפארן אויף א סקול באס, אויסשטעלענדיג דעם גאנצן באס צו א מיזעלס געפאר, אז מ'האט געדארפט אלארמירן אלע עלטערן אויפצופּאסן צי זייערע קינדער האבן זיך נישט איבערגענומען די מיזעלס. (געדענקט, די וואקסינאציע האט א 97 פראצענט ווירקזאמקייט ראטע, וואס לאזט איבער 3 פראצענט קינדער "אומבאשיצט.")

די צאל באשטעטיגטע מיזעלס פאלן אין ברוקלין איז געשטיגן פאריגע וואך ווען נאך 4 קינדער האבן באקומען די מיזעלס. מיט דעם איז די צאל געשטיגן צו 62 קינדער. 36 פאלן זענען געווען אין בארא פּארק, וואו עס איז פאריגע וואך צוגעקומען 2 נייע באשטעטיגטע מיזעלס פאלן, 24 איז געווען אין וויליאמסבורג מיט 2 נייע פאלן, איינס אין בענסענהוירסט און נאך איינס אין די מידוואוד-פלעטבוש געגענט פון ברוקלין. אין א צייט ווען דער אונטערגאנג איז שוין פאראיבער, עס קומען נישט צו קיין נייע פאלן אין לעיקוואוד, און אויך אין ראקלענד קאונטי איז שטארק בייהילפיג געווען די שטרענגע מיטלען פון די דארטיגע בארד אוו העלט צו באקעמפן דעם אונטערגאנג (אריינגערעכענט גרויסע געלט שטראפן אויף אלע מוסדות החינוך וואס האבן נישט געהעריג אויסגעפאלגט די רעגולאציעס, נישט אריינצולאזן אומוואקסינירטע קינדער, ווי שוין באריכטעט), זעט מען אז אין ברוקלין זענען נאך פאראן עלטערן וואס נעמען נישט גענוג ערנסט דעם מיזעלס געפאר. די קאמישאנער האט באטאנט אז די שטאט וועט אננעמען אלע מיטלען וואס נויטיג, צו ברענגען צו אן ענדע דעם אונטערגאנג, און מ'האפט און מ'ערווארט אז עלטערן זאלן קאאפּערירן, מ'זאל איינזען אז די שטאט מיינט בלויז דעם וואוילזיין פון יעדן.

קאמישאנער צוקער האט זיך אויך באקלאגט צו "די צייטונג", אז ביי געוויסע עלטערן, אויב זיי פארדעכטיגן אז עס קומען אפיר מיזעלס סימפּטאמען, וועלן זיי נישט נעמען די קינדער צום דאקטאר, ווייל דאקטוירים מוזן באריכטן מיזעלס פאלן צו די בארד אוו העלט, ווילן דאס די עלטערן פארמיידן, זיי ווילן נישט אז מ'זאל וויסן פון זיי. צוליב דעם איז זייער מעגליך אז דער אונטערגאנג אין בארא פּארק און וויליאמסבורג איז אפילו אויף א גרעסערן פארנעם ווי די אפיציעלע שטאטישע סטאטיסטיקס באשטעטיגן.

קאמישאנער צוקער בעט זיך ביי אלעמען, אז אויב די העלט דעפּארטמענט ווייסט נישט אויב עמיצער האט באקומען מיזעלס, קען מען נישט נעמען די נויטיגע באווארענונג מיטלען אז אנדערע זאלן זיך דאס איבערנעמען. די עלטערן דארפן זיין אויפריכטיג, וואס נאר אזוי וועט מען קענען אפּשטעלן דעם אונטערגאנג.

די קאמישאנער בעט זיך מיט גוטן צו אלע עלטערן, מ'זאל איינזען אז מ'דארף אזא אונטערגאנג אויסראטן פאר עס שאפט ח”ו פאטאליטעטן אויך אין ברוקלין. מיזעלס איז נישט א קינדער-שפּיל, עס איז נישט עפּעס וואס מ'זאל אוועקמאכן. עס קען און עס טרעפט זיך פאלן וואו דאס פאראורזאכט גאר ערנסטע פאלגן, אפילו ביז צום ערגסטן ח”ו.

דער אונטערגאנג בושעוועט גאר שטארק אין ארץ ישראל, וואו די וואקסינאציעס זענען נישט אזוי איינגעפירט, און אויך אין אייראפּע, איבערהויפּט אין ענגלאנד און אוקריינע. אין אייראפּע, איז אוקריינע דאס ערגסטע לאנד מיט'ן איצטיגן מיזעלס אונטערגאנג, און קאמישאנער צוקער באטאנט די וויכטיגקייט צו נעמען אלע וואקסינאציעס אויב מ'וויל פארן קיין אויסלאנד, איבערהויפּט קיין א”י.

(א סאך מענטשן פארן אויף א ביליגערן טיקעט מיט אן אפּשטעל אונטערוועגענס, און א פּאפּולערער אפּשטעל איז אין קיעוו, אוקריינע, זאל מען אוודאי געווארענט זיין אז אלע וואקסינאציעס זענען אין ארדענונג אויב מ'פארט מיט אזא אפּשטעל, ווייל ווי עס איז באקאנט, בלייבן די מיזעלס באצילן “אקטיוו” אין די לופטן אויף עטליכע שעה נאכדעם ווי דער מיזעלס ליידענדער איז שוין לאנג אוועקגעגאנגען. בכלל, אויב מ'איז “איינגעשפּארט” אויף אן עראפּלאן לאנגע שעה'ן, איז גאר ריזיקאליש אויב מ'האט נישט גענומען עטליכע וואכן פריער די וואקסינאציעס.)

דער העלט דעפּארטמענט וועט איצט אונטערנעמען א נייעם אויפקלערונג קאמפּיין אינאיינעם מיט “חברה הצלה”, און האפענטליך וועט דאס בעז”ה ענדליך העלפן אפּשטעלן דעם מיזעלס אונטערגאנג אין די חרדי’שע געענטער.

*

רעדענדיג פון וואקסינאציעס, האט קאמישאנער צוקער אויך באטאנט די וויכטיגקייט צו נעמען די פלו וואקסינאציע. פאר א יאר איז געווען 5 טויטפאלן פון די פלו אין די שטאט ניו יארק. איבער'ן גאנצן לאנד, זענען צענדליגער טויזנטער מענטשן געשטארבן פון די פלו און אירע קאמפּליקאציעס.

רוב פון די קינדער וואס שטארבן פון פלו, האבן נישט באקומען קיין וואקסינאציע. קינדער זענען אונטער א גרעסערע ריזיקע קראנק צו ווערן פון פלו און ליידן ערנסטע קאמפּליקאציעס.

מ'האלט שוין איצט אינמיטן פונעם פלו סעזאן, און צו מזל איז עס נישט אזוי שווער ווי פאר א יאר, וואס דאן איז געווען איינע פון די ערגסטע פלו ווינטערס אין לאנגע יארן. מ'איז אבער נאכנישט פארטיג מיט'ן סעזאן, און קאמישאנער צוקער האט דערמאנט אז עס איז שוין געווען איין ווינטער ווען דער פלו אונטערגאנג איז 2 מאל אין לויף פונעם ווינטער שטארק געווען, איינמאל האט מען געליטן פון דעם “עי” וויירוס, און דאס צווייטע מאל איז געווען צוליב די “בי” וויירוס.

עס איז נישט קיין טרייסט אויב דער פלו סעזאן איז מילדער ווי פאר א יאר, ווייל דאס מיינט נאך אלץ אז צענדליגער טויזנטער מענטשן ווערן ערנסט קראנק פון פלו און אירע קאמפּליקאציעס. צוליב דעם זאל מען נישט איגנארירן די אויפפאדערונג צו נעמען א וואקסינאציע קעגן די פלו.

דער אויבערשטער זאל העלפן אז יעדער זאל זיין געזונט און שטארק.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל