דער קאמערץ סעקערטאר ווילבער ראסס איז געקומען אונטער קריטיק פאר א באמערקונג וואס ווערט געזען ווי אוועקמאכן די פלאג פון פעדעראלע ארבעטער, זאגנדיג אז די פעדעראלע ארבעטער וועלן באקומען זייערע געהעלטער ווען די שאטדאון ענדיגט זיך, און דערווייל "זאלן זיי נעמען אן הלוואה". די באמערקונג האט באלד אויסגערופן קריטיק פון פעדעראלע ארבעטער וועלכע זאגן אז זיי האבן נישט פון וואו צו ענען אן הלוואה, און זיי קענען זיך נישט ערלויבן צו באצאלן אינטרעסט אויף באנק הלוואות, און אנגעוויזן אז ראס איז א ביליאנער וואס פארשטייט נישט די לייד פון פשוטע מענטשן, פרעזידענט טראמפ איז אויך געקומען אונטער ענליכע קריטיק נאכ׳ן זאגן אז פעדעראלע ארבעטער קענען באקומען אין גראסערי אויף בארג ביז זיי קריגן זייערע געהעלטער.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל