דער 34 טאגיקער שאטדאון הייבט אן ברענגען ערנסטערע פראבלעמען, היינט אינדערפרי זענען צענדליגע פליגערס ביים נוארק און לע-גווארדיע לופטפעלד געדארפט פארקירעוועט ווערן צוליב א מאנגל אין לופט-טראפיק קאנטראלירער, וויבאלד פילע קומען נישט אריין צו די ארבעט נאכדעם וואס זיי האלטן שוין ביים צווייטן חודש אין א רייע וואס זיי באקומען נישט באצאלט. דאס קומט א טאג נאכדעם וואס די יוניאן פון לופט קאנטראלערס האבן געווארנט אז עס הערשט א מאנגל אין קאנטראלערס צוליב דעם שאטדאון און עס שטעלט א געפאר צו זי זיכערהייט פון אוויאציע. פארשפעטיגונג און פראבלעמען זענען היינט געמאלדן געווארן אויך אין נאך עטליכע לופטפעלדער.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל