שטייענדיג אינעם צווייטן מאנאט פונעם שאטדאון, קוקט אויס ווי דער פרעזידענט׳ס שטיצערס זענען נישט צו שטארק צופרידן פון זיין עקשנות איבער׳ן גרעניץ וואנט, און וויאזוי ער האנדלט מיט׳ן שאטדאון. עטליכע פרישע אנקעטעס דורך עטליכע אנדערע פירמעס, צייגן א דראסטישע שניט אין די צופרידנהייט ראטע פונעם פרעזידענט, און אזוי אויך אז א איבערוויגנדע מערהייט באשולדיגן אים אינעם שאטדאון, און נישט די דעמאקראטן. א פאליטיקא אנקעטע וועלכע האט געגעבן פאריגן חודש פאר טראמפ א צופרידנהייט ראטע פון איבער פופציג פראצענט, שטעלט אים יעצט ביי קנאפע פערציג פראצענט. און א סי-בי-עס אינאיינעם מיט אסאשיעיטעד פרעס שטעלט זיין צופרידנהייט ראטע ביי 34 פראצענט, אראפ פון 42 לעצטע חודש. אזוי אויך אויף די פראגע ווער איז שולדיג אויפ׳ן שאטדאון, האבן ארום 60 פראצענט געענטפערט אויף דעם פרעזידענט, אין ביידע אנקעטעס. נאך עטליכע אנקעטעס האבן פארעפנטליכט ענליכע רעזולטאטן.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל