א מאסן שיסעריי האט נעכטן פאסירט אין א באנק אין די שטאט סעברינג אין פלארידע. דער פארשוין האט זיך פארבאריקאדירט אינעם באנק און געצווינגען אלע אנוועזנדע צו ליגן אויף דער ערד, און דאן אנגעהויבן שיסן. דער אינצידענט האט פאסירט נעכטן נאכמיטאג אינעם ״סאן-טראסט״ באנק, אין די שטעט סעברינג וואס איז ארום 80 מייל צפון פון אָרלאַנדאָ. דער שיסער האט זיך אונטערגעגעבן פאר פאליציי ווען זיי האבן געשטורעמט דעם באנק, און ער געפונט זיך אונטער ארעסט, און דערווייל האט די פאליציי נישט אנגעגעבן מער דעטאלן איבער זיין אידענטיטעט און איבער זיינע מאטיוון.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל