פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געמאלדן אז ער וועט נישט געבן זיין סטעיט אוו די יוניאן אינעם געפלאנטן דאטום אין יאנואר 29, נאך א בריוו אויסטויש מיט די ספיקער און דעמאקראטישע פירערין נענסי פעלאוסי. דאס קומט נאכדעם וואס פעלאוסי האט אים קלארגעשטעלט אז זי וועט נישט דורכפירן דעם פארמאלן פראצעדור וואס פאדערט זיך צו רופן דעם פרעזידענט פאר א סטעיט אוו די יוניאן ביז ער ענדיגט נישט דעם שאטדאון. די צווייטע בריוו פון פעלאוסי איז געקומען נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט געשריבן אן אנטווארט אויף איר ערשטן בריוו אין וועלכע זי האט אים געבעטן צו אפלייגן דעם רעדע צוליב זיכערהייט סיבות, און דער פרעזידענט האט געשריבן אז נאכ׳ן איבעררעדן מיט סיקרעט סערוויס פלאנט ער נאך אלס צו קומען, און פעלאוסי האט דערויף געענטפערט אז זי וועט אים בכל אופן נישט ערלויבן צו געבן דעם רעדע.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל