אָלבאַני - די דעמאָקראַטיש-קאָנטראָלירטע ניו יאָרק סטעיט סענאַט און אַסעמבלי האבן די פאַרגאַנגענע וואָך באַשטעטיגט א רייע פון נייע וואַל–רעפאָרמען, וועלכע וועט איבערמאכן געוויסע אַלטע און איינגעצוימטע וואַל–געזעצן אין דער סטעיט, און געבן מער צוטריט פאר די איינוואוינער צום שטים–בודקע.

צווישן אַנדערן וועט דאָס נייע געזעץ אוועקשטעלן "פריע שטימען", אז מען זאל שוין קענען אָנהייבן שטימען צען טעג פאַר'ן אָפיציעלן וואַל–טאָג, אין אַ פאַרזוך צו העכערן די אינטערעסע פון די וויילער אין דער שטים-פּראָצעדור. רוב סטעיטס אין אַמעריקע לאָזן שוין שטימען פרי, אָבער אין ניו יאָרק שטייט דער געדאַנק שטעקן אין דער לעגיסלאַטור. יעצט מיט דעמאָקראַטישע מערהייטן אין ביידע זייטן פון דער לעגיסלאַטור, זענען דאָ פיל בעסערע אויסזיכטן אַז דאָס זאָל דורכגיין.

דער סענאַט און די אַסעמבלי האָבן ביידע געשטימט די פארגאַנגענע וואָך, אין ערשטן פולן טאָג פון די נייע יאָר 2019 סעסיע, אויף דעם פּלאַן צו לאָזן שטימען פריצייטיג, און דורכצופירן אַנדערע טוישונגען צום וואַל געזעץ. גאווערנאר ענדרו קאומאו האט היינט אונטערגעשריבן די רעפארם געזעצן אין ניו יארק סיטי.

צווישן די אַנדערע טוישונגען איז, אַ פאָרגעשלאָגענע קאָנסטיטוציע–אַמענדמענט, וואָס וועט ערלויבן זיך צו רעגיסטרירן צום שטימען אין טאָג פון די וואַלן. אין צוגאָב, וועט דאס נייע געזעץ ערלויבן אז 16 און 17 יעריגע זאלן זיך קענען רעגיסטרירן פון פאָראויס צו שטימען, אזוי אז זיי זאלן נישט האבן שוועריגקייטן ווען זיי ווערן 18 יאָר.

אויך וועט עס צווינגען אז פעדעראַלע און לאָקאַלע פּריימעריס מוזן אָפּגעהאַלטן ווערן אינעם זעלבן טאג.


גענומען פון ק"י וואכנשריפט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל