דעמאקראטן אין קאנגרעס האבן געזאגט אז זיי ווילן זיין קאנצעטרירט דורכאויס דעם סעסיע אין האלטן דראג פירמעס פאראנטווארטליך פאר שטייגנדע דראג פרייזן אין אמעריקע. דער הויז איבערזיכט קאמיטע האט נעכטן געשיקט בריוון צו 12 גרויסע דראג פירמעס פארלאנגנדיג אז זיי זאלן איבערגעבן אינפארמאציע און דאקומענטן צו ערקלערן פארוואס זיי העכערן די פרייזן אויף לעבנס-וויכטיגע מעדיצינען. אזוי אויך זענען ערווארטעט צו ווערן פארגעשלאגן עטליכע געזעצן וועלכע צילן צו אראפברענגען דראג פרייזן.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל