די פירער פונעם רעפובליקאנער פארטיי אין סענאט און אין קאנגרעס האבן שארף פארדאמט לעצטע באמערקונגען פון קאנגרעסמאן סטיוו קינג פון אייאווע וועלכער האט געזאגט אז ער זעט גארנישט שלעכט מיט ״ווייסע סופערמעסיסטן״. דער מאיאריטעט פירער אין סענאט מיטש מעקאנאל האט רעאגירט זאגנדיג אז ״עס איז צייט קינג זאל זיך זוכן א צווייטע דזשאב״, און דער מינאריטעט פירער אין קאנגרעס קעווין מעקארטי האט געזאגט דער רעפובליקאנער פארטיי האט אים באזייטיגט פון פארשידענע קאמיטעען אין וועלכע ער איז א מיטגליד.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל