ארום א מאנאט צוריק איז ארויפגעשווימען א סטאטוע וועלכע שטעלט פאר דער סאודי אראבישער פאן הארט נעבן די געדענקמאל פאר די אומגעקומענע אינעם סעפטעמבער 11 טעראר אטאקע, א זאך וואס האט אויפגעברויזט פילע ניו יארקער, ספעציעל פאמיליעס פון אומגעקומענע אין די אטאקעס וואס 15 פון די 19 אטאקירער זענען געווען סאודיער בירגער. דער סטאטוע איז טייל פון א קונץ אויסשטעלונג וועלכע פרעזענטירט גלאזערנע סטאטוען פון אלע דזשי-20 לענדער אין פארעם פון א פאן וועלכע איז איינגעוויקלט אזוי ווי א קענדי. אצינד אין ליכט פון די קריטיק, וועט די פארט אויטאריטעט אריבערפירן דעם אויסשטעלונג צום קענעדי לופטפעלד.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל