נאך צוויי און א האלב יאר פון דעבאטעס און עפנטליכע מיינונגס פארשידנהייט האט דער בריטישער פּאַרליאַמענט היינט געשטימט קעגן די ברעקזיט אפמאך, 432 קעגן 202, אין אן אפשטימונג וועלכע לאזט איבער צומישעניש וויאזוי בריטאניע וועט אבערלאזן דעם אייראפעישע פאראיין. געזעצגעבער האבן געשטימט קעגן דעם אפמאך וועלכע איז אויסגעהאמערט געווארן דורך פרעמיער מיניסטארשע טעריסא מעי און די אי.יו.

אין די לעצטע טעג האט מעי געפירט א מאסיווע קאמפיין צו באאיינפלוסן געזעצגעבער צו שטיצן איר אפמאך, וועלכע איז אויסגעשטאנען קעגנערשאפט סיי אין די אפאזיציע און סיי אין איר אייגענע פארטיי.


באריכט פון מאניס שעהר צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל