א גוטען אווענט. היינט איז נישט געווען אזוי קאלט ווי די לעצטע פאר טעג, און מארגן וועט שוין זיין נענטער צו 40 אין שטאט. די מילדערע וועטער וועט אבער נישט אנהאלטען צו לאנג, מיט א קאלטע טאג דאנערשטאג. דאנערשטאג נאכט קומט א שטורם צו גיין, דאס איז נישט קיין גרויסע שטורם אבער דאס קען ברענגען עטליכע אינטשעס שניי אפסטעיט און א דינע שיכט ביז א אינטש אין שטאט. עס וועט זיך ענדיגן ווי רעגן אין שטאט, און שניי שויערס אפסטעיט, פרייטאג צופרי.

שבת ווערט זוניג און קיהל, אבער א צווייטע און שטערקערע שטורם קומט צו גיין. די צווייטע שטורם וועט ברענגען שניי ביי מוצאי שבת. כמעט אלע וועטער מאדעלן ווייזן אז דאס וועט נעמען א טרעק וואס ברענגט ווארעמע לופט אריין - כאטש אין שטאט - און טוישט די שניי צו רעגן גאנץ שנעל, אבער אפילו אפסטעיט קען זיך די שניי טוישן אויף אייז און רעגן ביי זונטאג צופרי.

שפעטער זונטאג נאכמיטאג פליסט קעלטערע לופט צוריק, און עס קען זיך צוריקטוישן צו שניי אפסטעיט, און אין שטאט ביי זונטאג פארנאכטס, פאר עס ענדיגט זיך אינגאנצן. די רעגן וועט זיין שווער, מיט שטארקע ווינטען און פארפלייצונגען מעגליך זונטאג. עס איז נאך צו פרי פאראויסצוזאגן שניי אמאונטס, אבער דאס זעהט נישט אויס צו זיין א גרויסע שניי דערווייל פאר רוב היימישע פלעצער. זונטאג נאכט ביז דינסטאג ווערט שטארק קאלט, מיט שטארקע ווינטן. דערווייל בלייבט די ווינטער איינס וואס עס איז שווער צוזאמעצוטרעפען קאלטע לופט און א שטורם. עס בלייבט שטארק קאלט, ביז כאטש ענדע קומענדיגע וואך.


ניו יארק סיטי
היינט נאכט-🌛26
מיטוואך-🌤42
נאכט-🌛💨25
דאנערשטאג-🌤32
נאכט-❄️/☔️28
פרייטאג-☔️/🌥45
שבת-🌤38
זונטאג-☔️💨/❄️?42
מאנטאג-🌤💨20
דינסטאג-🌤30

לעיקוואוד
היינט נאכט-🌛22
מיטוואך-🌤40
נאכט-🌛💨25
דאנערשטאג-🌤34
נאכט-❄️/☔️32
פרייטאג-☔️/🌥45
שבת-🌤/🌧?40
זונטאג-☔️💨/❄️?45
מאנטאג-🌤💨22
דינסטאג-🌤32

מאנסי און קרית יואל
היינט נאכט-🌛20
מיטוואך-🌤38
נאכט-🌛💨18
דאנערשטאג-🌤29
נאכט-❄️20
פרייטאג-❄️/🌥38
שבת-🌤/☁️32
זונטאג-☔️?⛷/❄️32
מאנטאג-🌤💨15
דינסטאג-🌤28




א ? מיינט אז עס איז ווייניגער ווי 50% מעגליך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל