די פעדעראלע געריכט וועט אורטיילן אויב אהרן ישעיה ראזנער - א ברודער פון דעם "לב טהור" קולט פירער מאיר ראזנער - קען געהאלטן ווערן אהן בעיל ביז זיין פּראָצעס, נאכדעם וואס זיינע אדוואקאטן האבן אריינגעגבן פאפירן דאס צו פארלאנגען. ער וויל ארויסגעלאזט ווערן מיט עטליכע באדינונגען, אריינגערעכנט א צען מיליאן דאלערדיגע באנד בעיל, היים ארעסט מיט דזשי.פי.עס. זיכערהייט, קיין אינטערנעט צוטריט, נוצן נאר א טעלעפאן וואס איז באשטעטיגט און אָבזערווירט דורך די רעגירונג און קיין מינדעסטע שייכות מיט אנדערע מיטגלידער פון די צודרייטע "לב טהור" גרופע.

ראזנער איז ארעסטירט געווארן פאר'ן העלפן די ראַדיקאַלע קולט אין פארברעכערישע אקטן, אריינגערעכנט קידנעפינג, האלטן משכונות פאר אפצאהל, און נאך. ער ווערט אָנגעקלאָגט מיט קידנעפּינג און אָבסטראָקשאָן אוו דזשאָסטיס, נאָכפאָלגענדיג דאָס פאַרשוואונדען ווערן פון 14-יעהריגער יענטא טעללער און איר 12-יעהריגער ברודער חיים די פאַרגאַנגענע חנוכה.

זעהט געריכט דאקומענטן




באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל