אַ ברוקלין פּאַרשוין איז אַרעסטירט געוואָרן איבער די אינצידענט ווי צוויי קינדער זענען פאַרשוואונדען געוואָרן נאָכ'ן אַנטלויפן פון אַ ראַדיקאַלע "קולט" אין גואַטעמאַלאַ, האָבן אויטאָריטעטן געזאָגט.

אהרן ראזנער - דער ברודער פון דעם "לב טהור" קולט פירער - איז אַרעסטירט געוואָרן דורך עף.בי.איי. און סטעיט פּאָליס בערך 1 אזייגער מוצאי שבת אין וויליאַמסבורג, לויט קוואַלן און פּאָליציי-באַאַמטע.

ראָזנער ווערט אָנגעקלאָגט מיט קידנעפּינג און אָבסטראָקשאָן אוו דזשאָסטיס, נאָכפאָלגענדיג דאָס פאַרשוואונדען ווערן פון 14-יעהריגער יענטא טעללער און איר 12-יעהריגער ברידער חיים די פאַרגאַנגענע חנוכה.

די קינדער האָבן זיך אומגעקערט קיין ניו יארק נאָכ'ן פאַרלאָזן די קאָנטראָווערסיאַלע, גלות-רייזענדע לב טהור קהילה, וואָס באַשטייט פון בערך 35 פאַמיליעס וואָס לעבן אין כאַטקעס אין גואַטעמאַלאַ. זיי זענען לעצט געזעהן געוואָרן מיט זייער מוטער אָפּסטעיט נ"י.

די קולט איז אויפגעשטעלט געוואָרן דורך שלמה ארז ברנס (שפּעטער גערופן שלמה העלבראנץ), וואָס איז געשטאָרבן אונטער טונקעלע און מיסטעריע אומשטענדן.



באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל