מיט רחמנות'דיגע און צעמישטע געפילן, נעמט מען אויף די באריכטן איבער דאס אומקום פון שלמה העלבראנץ, דער רב און גרונדער פון קהל לב טהור.
העלבראנץ איז איינער פון די מערסט קאנטראווערסיאלע פערזענליכקייטן אינערהאלב די חרדי'שע אידנטום מיט א הייפעלע פארביסענע שטיצער אבער א הויפן מענטשן מיט טענות און ווייטאג, ער פארמאגט א רעקארד פון אומסטאבילע צייטן און אומקלארע וויזיע, מיט תקופות רעכטס און לינקס זייענדיג באקאנט אלס א קולט פירער וואס קאנטראלירט זיינע נאכפאלגער און פירט זייערע באשלוסן אריינגערעכנט ווען די קינדער זאלן חתונה האבן, און מיט וועם. צו זאל מען זיך וואקסינירן אדער גיין צום דאקטער, און אזוי ווייטער.
העלבראנץ איז געבוירן געווארן ח' חשון תשכ"ב אדער תשכ"ג, אין ארץ ישראל, אלס שלמה ארז ברנס צו פרייע עלטערן.
דער ספרדי'שער פאטער פנחס איז פון יוגעסלאוויע, און די מאמע יוכבד איז פון משפחת צרפת-קמחי.
דער פאטער האט געדינט אין מיליטער און געהייראט מיט יוכבד אין קיבוץ גערופן 'חולתה'. נאך א צייט איז דאס פרישע פארפאלק אריבער צו שכונת 'קרית היובל' אין ירושלים, און דארט איז געבוירן זייער זון, ויקרא שמו בישראל ארז שלמה, שלמה נאך זיין זיידן שלמה אלברנס.
אין זיינע יונגט יארן האט ער זיך שוין דערקלערט אלס בעל תשובה. ער האט צוערשט געלערנט אין א ישיבה אין שכונת 'בית צפפה' אין ירושלים. און די אנהויב מ' יארן האט ער חתונה געהאט מיט מלכה אזולאי, פון קרית אתא. נישט לאנג נאך זיין חתונה האט ער זיך אונטערגעווארפן די הנהגה פון מוהרא"ש שיק מברסלב ז"ל. און קורץ דערויף, אין עלטער פון 20 יאר, האט ער זיך מתקרב געווען צו חסידות סאטמאר. ער האט געענדערט זיין משפחה נאמען, אלברנס, צו מער אידישלעך אויף 'העלבראנץ', און צוגלייך זיך אנגעהויבן רופן בלויז מיט זיין צווייטן נאמען 'שלמה'.
אין די מיטעלע מ' יארן האט ער געגרינדט זיין ישיבה "לב טהור" אין דעם היימישן "בית ישראל" קווארטל אין ירושלים. ער האט צוגעצויגן א קרעמל פון אוהדים וחסידים, און זיין ישיבה האט ער געפירט אויף די רעלסן פון דער סאטמארער שיטה, מיט עקסטרעמע שטעלונגען קעגן ציונות און מדינת ישראל. ער האט אויפגעשטעלט א שטיקל קרעמל פון מענטשן, און האט זיך געבויעט א באזע פון שטיצער, עס זענען אויך געווען מענטשן זייער אנגעווייטאגט אויף אים מיט טענות אז ער האט צוגערעדט און פארכאפט זייערע קינדער, ער האט פארמאגט א גאר גוטער פיסק, מיט א ציעדיגער שפראך, און מענטשן וואס האבן גערעדט צו אים האבן ווי געקענט פאר'כישופ'ט ווערן פאר אים און ווערן בלינד פארקויפט גרייט צו גיין פאר אים אין פייער.
זיי זענען געווען פארגלייבט אין אים, די ווייבער, קינדער, געלט, און וואס נישט, האבן זיי מקריב געווען פאר זיינע אנשויאונגען. מען האט אויפגעגעבן דעם אייגענעם אידענטיטעט, די אייגענע לעבן, די אייגענע רצונות, די אייגענע חירות, די אייגענע אנכיות, די אייגענע בחירה, די אייגענע ביסן פון מויל, די אייגענע מחשה, די אייגענע מעשה, אלעס איז געגאנגען אויף די מזבח פון אידיאלאגיע; אן אידיאלאגיע וואס האט בכלל נישט עקזיסטירט.
אום תש"נ האט זיך געעפנט אן אויספארשונג קעגן אים, מיט א פארדאכט בשיתוף פעילה מיט די אראבער וואס קען שטעלן די מדינה אין געפאר. ער איז אנטלאפן קיין אמעריקע צוזאמען מיט צענדליגער תלמידים ישיבת לב טהור. זיי זענען אנטלאפן מיט פארשידענע אומוועגן און דריידלעך, און צוליב דעם זעלבסט האט זיך געעפנט א פרישע אויספארשונג קעגן דעם ר"י הרב העלבראנץ. אין אמעריקע האט ער זיך באזעצט אין מאנסי.
אין תשנ"ד איז געווען א פרשה פון פארכאפן א 13 יעריג בחור שי פימה, אויף וואס די עף.בי.איי. האט געעפנט אן אויספארשונג. נאך א סעריע געריכטן איז ער פאראורטיילט געווארן צו טורמע. אין די ענדע נ' יארן האט אמעריקע באשלאסן אויסצוליפערן ר' שלמה צו מדינת ישראל. ער האט זיך דאן באזעצט מיט די בני הקהלה אין א שטאט אין קוויבעק קאנאנדא. העלבראנץ האט אויפגעבויעט א שטעטל אין די לארענטשנס בערג אין קוויבעק, בערך א שעה פון מאנטרעאל, און נעבן די סאטמארע פריפאנטעין קאנטרי, ער האט דארט פארמאגט א בית המדרש און מוסדות און געבויעט א אימפעריע.
אין תשע"ב איז ער פריש ארויף אין די נייעס, צוליב פארשידענע אויספארשונגען אנבאלאנגט אנקלאגעס פון געוועזענע בני הקהלה קעגן זיינע עקסטרעמע מהלכים און גורמים צו גט'ן, אסר'ן אכילת עופות, מיידלעך פון 3 ברויכן אנטאן א שאל, חתונה האבן ביי 10, גירושים אן א גט, עונשי מלקות פאר די "סוררים" בקהלה.
לויט די אנקלעגער האט זיך הרב העלבראנץ דערקלערט אלס גלגול נשמה פון רש"י, כאטש וואס ער איז א ספרדי'שער אפשטאמיגער. די מאמינים בני הכת ענטפערן דאס אז למעשה שטאמט ער פון אשכנזים, פון די באקאנטע אשכנז'ישע משפחה 'הילברוין'.
ער איז געווען שטארק אויסגעקאכט אין ספרי מחשבה וחסידות, ברסלאב, חב"ד ורמח"ל. געווער גאר געריבן און קלוג.
ס'איז זייער אינטערסאנט די היסטאריע פון דער שלמה העלבראנץ, וואס ער האט געהאט און ראשית מלאכתו, גרויס חיזוק פון פיל גרויסע רבנים און אדמורים ווי האדמור בעל הברך משה זצ"ל, הגה"צ טל השמים מקאשוי זצ"ל. ווען ער איז געזיצען אין תפיסה, זענען אלע רבי'ס וראשי ישיבות, געגאנגען אים מחזק זיין באזיכען. שפעטער האט ער זיך פארפלאנטערט מיט קאשוי, ווען אייניקלעך וואס זענען נתקרב געווארען צו זיין קהלה, און ער האט געטון אינטערסאנטע זאכן, היתר מאה רבנים, און חתונה געמאכט אלטע מענטשען מיט אינגע מיידלעך, וואס רבנים האבן דאס געהאלטן פאר ווילד און מאדנע, האט ער פארלוירן אין ניו יארק זיין שטיצע. און ענגלאנד האבען עטליכע אים מחזק געווען, ווי הרה"ג ר' אליקים שלעזינגער שליט"א לאיט"א און נאך אנדערע רבנים. הג"ר משה גרין שליט"א האט נאך און אנהייב און די נ' יארען געשריגען מ'זאל אים נישט העלפען מ'וועט פיל ליידען פון אים.
מיט עטליכע יארן צוריק האבן זאכן אנגעהויבן גיין אין שלעכטן דירעקציע ווען איינער פון די קינדער פון הרב העלבראנץ האט דעפעקטירט און אנטלאפן פון לב טהור און אנגעהויבן ארויסגעבן האר אויפשטעלנדע דעטאלן און פאקטן פון די ארטיגע לעבנסשטייגער.
די קאנאדישע רעגירונג וועלכע האט שוין לאנג בעפאר געהאט א קרום אויג אויף די לב טהור געמיינדע האט באשלאסן אז זיי גייען דאס אונטערברענגען, און האבן אנגעהויבן אויסטיילן ביטערע צרות, עס האבן זיך כסדר געדרייט אויספארשער און אפיצירן ארום אין שטעטל, זיי האבן געפארשט און געפאדערט, און כסדר גענומען לב טהור מיטגלידער אונטער לאנגע שטונדן אויספארשונג.
עווענטועל האט די קהילה זיך אריבערגעצויגן פון קאנאדע, אויפן וועג צו מעקסיקא, און דערנאך קיין גואטעמאלא.
ערש"ק איז ער געגאנגען צום טייך מיט זיין גבאי זוך טובלען, און ער האט זיך ארום געבינדן מיט א שטריק וואס די גבאי האט אנגעהאלטן (אזוי האבן זיי אייביג געטון). אינמיטן זיך טובלען, האט די גבאי געשפירט אז די שטריק איז לויז. האט ער עס געשלעפט און והרבי איננו (ווי אזוי די שטריק האט זיך געעפנט א קשיא אויף א מעשה). די גבאי האט שנעל גערופן פאר הילף, און מען האט אים ערשט געטראפן א האלבע שעה פארן זמן.
די אויטאריטעטן דארט האבן גענומען די קערפער צו די מעדיקעל עקזעמינערס אפיס, ווי איינע פון די חסידים איז דארט פאר שמירה. אבער היות ס'איז זונטאג, קענען זיי נישט ארויסבאקומען די נפטר.
זיי ווייסן נאכנישט ווי אים צו באערדיגן. ער איז נפטר אין עלטער פון 55 יאר.
עס איז א רחמנות אויף די צובראכענע אידן דארט, וואס בלייבן יעצט אן א פירער און פלאנירער, געלט ברענגער און פארזארגער, אין א פרעמד לאנד, זייענדיג אזוי פארוואגלט נאך אזויפיל ביטערע צייטן. השי"ת זאל זיי שטארקן און פארפולן זייערע געברויכן.
לינקס:
ווידיאס:
אפדעיטס:
דאס איז די איינציגסטע אינפארמאציע וואס איז דא, דערווייל.

קאנפירמד באריכטן פון מעקסיקא:
- חסד של אמת איז נישט אין מעקסיקא, אבער די חברה קדישא פון די אידישע קהלה אין מעקסיקא איז אראפגעפארן אהין, וועלנדיג זיך מטפל זיין מיט'ן קערפער. די חברה קדישא האט באשטעטיגט אז ס'איז פארהאן א טויטער מאן, אבער די לב טהור חברה האבן זיך אנטזאגט צו קאאפערירן, און לאזן קיינעם נישט צו צום קערפער.
- לב טהור וויל צוריקפירן דעם קערפער קיין גואטעמאלא, און האבן גערופן זייערע שנאר קאנטאקטס אין אמעריקע צו בעטן הילף מיט'ן קאווערן די ריזיגע הוצאות פון צוריקטראגן דעם קערפער.
- ביז דער יעצטיגער מינוט האט קיין שום זעלבסטשטענדיגע מענטש נישט געזען דעם קערפער. קיינער קען דעריבער נישט באשטעטיגן צו ס'איז טאקע העלבראנץ, אדער צו דער 'טויטער' איז טאקע טויט, און ס'איז נישט קיין שפיל...
- לב טהור שווערט זיך אז זייער פירער איז נפטר געווארן. זיי זאגן אז ער איז געגאנגען אין וואסער מיט'ן גבאי זיינער, און פארשוועמט געווארן. דער גבאי איז געבליבן לעבן און ער נישט.
דאס איז די איינציגסטע אינפארמאציע וואס איז דא, דערווייל.
פון יוסף הירש, אידישער ווינקל
אני זוכר הרב שלמה העלבראנץ כששמעתי אצלו ואצל הסעודה באמירת דברי תורה היה אומר בעל פה השולחן ערוך עם הנושאי כלים
השבמחקהוסף רשומת תגובה