פרעזידענט טראמפ האט אויסגעוועלט צו אנהייבן זיין באזוך אין אייראפע מיט׳ן באזוכן אין פוילן, א זאך וואס טראגט א פאליטישע און סימבאלישע באדייט, און טוט אונטערשטרייכן זיין אנערקענונג אין די וויכטיגקייט פון די נאט״א אליאנץ און פון זיך שטעלן אין שטיצע פון די אייראפעישע לענדער וועלכע זענען באדראעט פון רוסלאנד, נישט אומזיסט האט דער פוילישער פרעזידענט געזאגט ביים אויפנעמען פרעזידענט טראמפ ״אנדערע אייראפעישע לענדער זענען מקנא פוילן איבער דעם באזוך״

דער אמטירנדער פרעזידענט אין פוילן יארוסלאוו קאטשינסקי האט פולע ענדליכקייטן צו פרעזידענט טראמפ, ער איז אויך א עקסטרעם רעכטער פרעזידענט וועלכער איז אנגעקומען צו די פרעזידנטשאפט אויף א כוואליע פון פאפוליזם און געפירט א קאמפיין וואס איז געווען קאנצעטרירט אויף אימיגראציע און גרעניצן, און פוילישע נאטיוויזם און נאציאנאליזם, אבער נישט דאס איז די סיבה פארוואס די באזוך איז אזוי וויכטיג.

אין א לעצטיגע אנקעטע האבן בלויז 23 פוילישע בירגער אויסגעדריקט צופרידנקייט פון די אויסערן פאליטיק פון פרעזידענט טראמפ, קעגן 58 פערצענט וועלכע האבן אויסגעדריקט צופרידנהייט ביי די ענדע פון פרעזידענט אבאמא׳ס טערמין, די סיבה דערפון איז די פחד וואס די פאלאקן האבן פון זייער רוסישער שכן און די פאקט אז פרעזידעט טראמפ ווערט געזען ווי רוסלאנד-פריינטליך טוט זיי באזארגן.

אבער ביי די יעצטיגע באזוך האט פרעזידענט טראמפ,  סיי מיט די סאמע באזוך און סיי מיט זיינע רעדעס, בארואיגט דעם פוילישן פאלק און ווידערהאלט זיין פארפליכטונג פאר נאט״א, און האט איינגעזען גלייכצייטיג אז עס לוינט זיך פאר אמעריקע צו דינען אלס קאנטער-מאכט פאר רוסלאנד אויך צוליב עקאנאמישע צוועקן.

פולע אנאליסטן צייגן אן אז די באזוך שטעלט א פארקערטע טאן ווי דאס וואס האט געענדיגט דעם פאריגן נאט״א סאמיט, דארט זענען לענדער אוועק מיט די פארשטאנד אז פרעזידענט טראמפ איז נישט אינטרעסירט אין נאט״א, אבער די יעצטיגע באזוך אין פוילן שטרייכט אונטער דאס פארקערטע, אז ער איז אינטרעסטירט אין נאט״א, און אז ער איז גרייט צו נעמען שריט צו איינצוימן די רוסישע איינפלוס אינעם באלקאן.

בילד: אנאליז: באזוך אין פוילן צייכנט אפ א טויש אין טראמפ׳ס אויסערן פאליסי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל