די אונעסק״א אגענטור וועלכע איז די אפיציעלער קערפערשאפט אינערהאלב די פעלקער פאראיין וועלכע געט זיך אפ מיט׳ן באשיצן און פרעזערווירן היסטארישע ערטער האט היינט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אין וועלכע זיי טוען באצייכענען די שטאט חברון און די מערת המכפלה אלס איינע פון די וועלטס היסטארישע ערטער וועלכע געפונען זיך אין געפאר, און טוען עס באצייכענען אלס היסטארישע פאלעסטינער ארט וועלכע ווערט געשטעלט אין געפאר דורך מדינת ישראל, צווישן די 21 לענדער וועלכע זענען אנגעשלאסן אינעם פאראיין האבן 12 געשטימט פאר די רעזאלוציע, 3 קעגן, און 6 האבן זיך אפגעהאלטן.

די מדינת ישראל רעגירונג האט רעאגירט מיט אויפברויז און עס באצייכנט אלס אנטיסעמיטישע רעזאלוציע וועלכע לייקנט די היסטארישע פארבינדונג צווישן אידן און די אבות וועלכע ליגן דארט, און באצייכנט נישט דעם פלאץ איבער איר אידישע היסטאריע, דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער האט אנגעוויזן אז אונטער די אראבישע הערשאפט האבן אידן נישט געטארט אריינגיין דארט און היינט קען יעדער אריינגיין דאווענען. ער האט אויך אלס רעאקציע צו דעם רעזאלוציע געשניטן די פאנדן פון מדינת ישראל צו די יו.ען. מיט א מיליאן דאלער וואס וועט אנשטאט דעם גיין פאר א פרישע מוזעאום איבער די אידישע היסטאריע אין חברון.

אונעסק״א: מערת המכפלה איז א ״פאלעסטינער אייגטהום״

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל