פרעזידענט טראמפ געפונט זיך טאקע אויף די גלאבאלע ארענע אבער ער פארגעסט נישט די פאליטיק אינדערהיים, אין א סעריע טוויטס וואס ער האט ארויסגעשיקט פון האמבורג טוט ער אנגיין מיט זיין נייעס סטראטעגיע צו צוריקווארפן אויף די דעמאקראטן אז זיי האבן גאר פרובירט צו קאלאבערירן מיט די רוסן, שרייבנדיג ״יעדער ביי די דשי-20 סאמיט וויל וויסן פארוואס פאדעסטע האט נישט געוואלט איבערגעבן זיין סערווער פאר די אויספארשער״ ער האט דערמיט זיך באצויגן צו דעם וואס די נאציאנאלע דעמאקראטישע פארטיי האט נישט געוואלט געבן צוטריט פאר די עף-בי-איי צו זייערע סערווערס, עס איז נישט קלאר ווי דשאן פאדעסטע וועלכער איז געווען די פארזיצער פון די קלינטאן קאמפיין האט צוטון מיט דעם, פאדעסטע האט טאקע צוריקגעשריבן ״דו ביזט צומישט, איך האב גארנישט מיט די נאציאנאלע דעמאקראטישע קאמפיין, אפשר זאלסטו פרעגן פוטין פארוואס ער האט געהעקט מיין אימעיל אקאונט״

בילד: פרעזידענט טראמפ: ״יעדער״ ביי די דשי-20 סאמיט רעדט איבער פאדעסטע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל