דער פרעזידענט האט היינט פריש אויפגעוועקט א קאמפיין צוזאג וואס האט אויסגעזען אז ער גלייבט שוין אליין נישט דערין, נעמליך אז מעקסיקא זאל דארפן באצאלן פאר די גרעניץ וואנט צווישן אמעריקע און מעקסיקא, אין די לעצטע מאנאטן האט דער פרעזידענט מער נישט אויפגעברענגט אז ער וויל מעקסיקא זאל באצאלן, און האט אייגנטליך אריינגעלייגט אין די בודשעט א גרויסע סומע פאר די וואנט פון אמעריקאנער שטייער צאלער, אבער יעצט ביי די דשי-20 סאמיט ווען ער האט זיך געטראפן מיט׳ן מעקסיקאנער פרעזידענט ניעטא איז ער געפרעגט געווארן דורך רעפארטער ביי א געמיינזאמע פרעסע קאנפערענץ אויב ער איז נאך אלס ביי די מיינונג אז מעקסיקא דארף באצאלן דערפאר האט ער געענטפערט ״אבסעלוטלי״ טראץ וואס דער מעקסיקאנער פרעזידענט האט ווידערהאלט זיין שטעלונג אז מעקסיקא דארף נישט באצאלן דערפאר, דער פרעזידענט האט באצייכנט דעם מעקסיקאנער פרעזידענט אלס א פריינט, און דאס ווייסע הויז האט אין א סטעיטמענט באצייכנט דעם זיצונג אלס פראדוקטיוו און אז ביידע פירער האבן איינגעשטימט אז מען דארף פון פרישע פארהאנדלען די נאפט״א אפמאך.

בילד: פרעזידענט טראמפ: מעקסיקא דארף ׳אבסעלוט׳ צאלן פאר די גרעניץ וואנט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל