ווארטזאגער פאר דיישטאלנד און אמעריקע זאגן אז ביי די זיצונגען אין די ראמען פון די דשי-20 סאמיט ווערט אויסגעהאמערט א פרישע אפמאך איבער באשיצן די קלימאט, נאכדעם וואס פרעזידענט טרמאפ האט מיט עטליכע וואכן צוריק געמאלדן אז ער ציהט זיך ארויס פון די אינטערנאציאנאלע אפמאכן וועלכע זענען געשלאסן געווארן אין פאריז אונטער פרעזידענט אבאמא, די יעצטיגע אפמאך צווישן אמעריקע און די גרויסמאכטן וועט ערזעצן די פאריזע אפמאך און זיין א פשרה, עס וועט ווארשיינליך פארמינערן די עקאנאמישע קאסטן פאר אמעריקע, די דוישטע קאנצלערין מערקעל האט געשטעלט די נושא פון קלימאט טויש אין שפיץ פון די געשפרעכן ביים סאמיט און זוכט צו גרייכן א קאמפראמיס וואס זאל האלטן אמעריקע פארפליכטעט צו געוויסע אינטערנאציאנאלע סטאנדארטן. דיפלאמאטן ביים סאמיט האבן שוין אויסגעהאמערט א אפמאך און עס איז גריייט צו ווערן אונטערגעשריבן אין די קומענדיגע 48 שעה ווען טראמפ וועט געבן זיין ענדגילטיגע ענטפער, און לויט קוועלער אינעם ווייסן הויז איז דער פרעזידענט גרייט עס צו אונטערשרייבן.

בילד: אמעריקע און אנדערע גרויסמאכטן האמערן אויס פרישע אפמאך איבער קלימאט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל