די צענטראלע מיליטער פון ליביע, וועלכע ווערט געשטיצט דורך טייל פון די אינטערנאציאנאלע געמיינדע, האט נעכטן פייערליך דערקלערט זיג אין די לאנג פארצויגענע קאמף איבער די הויפטשטאט וואס איז די לעצטע 3 יאר געווען אונטער קאנטראל פון דשיהאדיסטישע מיליציעס וואס האבן אויסגענוצט די כאאס נאך דאס אראפווארפן קאדאפי צו איבערנעמען קאנטראל, דער גענעראל כאליפא כאפטאל האט דערקלערט דעם טאג אלס א נאציאנאלע פייערונג טאג און האט ארויסגעהויבן די שטארקע דערגרייכונג צו צוריקברענגען סטאביליטעט צו דאס לאנד וועלכע איז גאר שטארק צושפליטערט צווישן פארשידענע מיליציעס און טעראר גרופעס, מיט דעם יעצטיגן זיג טוט די צענטראלע רעגירונג האבן קאנטראל אויף די גאנצע מזרח זייט פון ליביע, אבער האט נאך א לאנגע וועג צו גענצליך איינשטעלן ארדענונג אין לאנד. א טייל פון די לאנד ווערט געפירט דורך די ״פרעזידענטליכע קאנסול״ וועלכע האט איר הויפטשטאט אין טריפאלי און געוועלטיגט אין די מערב זייט, די צוויי טוען קאאפערירן אינאיינעם און טוען קאלאבערירן אין פארטרייבן טעראריסטן פון לאנד.

בילד: צענטראלער ליביער מיליטער נעמט צוריק איין בענגאזי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל