היינט איז ענדליך פארגעקוען די לאנג ערווארטעטע באגעגעניש צווישן פרעזידענט טראמפ און זייין רוסישע קאנטער-קאלעגע פרעזידענט וולאדימיר פוטין, די צווי זענען געקומען באגלייט מיט זייערע אויסערן מיניסטארן, דער סעקערטערי אף סטעיט רעקס טילערסאן מיט טראמפ, און דער אויסערן מיניסטער פון רוסלאנד סערגעי לעווראוו, די צוויי האבן זיך געגעבן די האנט און אויסגעטוישט א קורצע ווערטער אויסטויש אבער נישט אנגעגעבן מער דעטאלן איבער וואס זייער סאמיט וועט באהאנדלן, פרעזידענט טראמפ האט בלויז געזאגט ״מיר גייען ברענגען גרויסע רעזולטאטן פאר רוסלאנד און פאר אמעריקע״ אבער האבן נישט געענטפערט קיין פראגעס פאר רעפארטערס, נאך די סאמיט האט ער געזאגט אז ער האט דיסקוטירט מיט פוטין א רייע אנלעגנהייטן, און אז די געשפרעכן זענען געווען זייער פאזיטיוו. פוטין האט אויך אויסגעלויבט די פאקט אז ער קען זיך טרעפן מיט טראמפ פערזענליך זאגנדיג ״עס איז דורך א פערזענליכע מיטינג וואס מען קען דאס בעסטע לעזן די פראבלעמען צווישן די צוויי לענדער״ פאר די סאמיט האבן זיך שוין די צוויי געטראפן ביי די דשי-20 קאנפערענץ און געהאט א קורצע ווערטער אויסטויש, דערווייל בלייבט אומקלאר וואס עס ווערט דיסקוטירט ביי די סאמיט און דאס ווייסע הויז האט נישט אנגעגעבן קיין ספעציפישע דעטאלן.

טראמפ צו פוטין: עס איז מיר א עהרע זיך צו טרעפן מיט דיר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל