האמבורג, דייטשלאנד. - פרעזידענט טראמפ האט טאקע צענדליגער געביידעס, האטעלן און רעזארט ערטער אין דער גארער וועלט, און אפילו א האטעל נעבן ווייסן הויז, אבער אין האמבורג, דייטשלאנד, צום דזשי. 20 סאמיט, האט ער געמוזט שוויצן אויפ'ן טעלעפאן און נישטערן אויף עקספידיע און ארביטז צו טרעפן א האטעל צימער, ווארום אלע האטעלן און האטעל צימערן זענען שוין געווען אויספארקויפט. דער דזשי. 20 סאמיט האט שוין אנהויב פון אירע פלאנירונגען, נאך אין פעברואר 16', פארלאנגט 9,000 האטעל צימערן צו אקאמאדירן די וועלט פירער און זייערע סוויטעס און באגלייטער. אמעריקע האט קודם געוואלט פלאצירן פרעזידענט טראמפ אינעם ארטיגן פאר סיזענס האטעל, אבער עס איז גענצליך געבוקט געווארן דורכ'ן סאודי אראבישן קעניג, קעניג סאלמאן, און זיינע קאמעלן. די אנדערע לוקסוסעריעזע האטעלן זענען געווען פולשטענדיג פארבוכט, אריינגערעכנט דער האטעל רייכנסהאף, וועלכע איז פארנומען געווארן דורך דער וויעטנאמעזער דעלעגאציע. דער פארק האיאט האטעל איז פארנומען געווארן דורכ'ן רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין, און דער גרענד עליאס איז פארכאפט געווארן דורכ'ן כינעזער פרעזידענט זי דזשינפינג און דער איטאליענער פרעמיער מיניסטער, פאולא דזשענטילאוני. צום סוף האט טראמפ געמוזט גיין צו סענאט גאסטהויז האטעל, און זיין שטאב מוז איינשטיין ביים אמעריקאנעם קאנסולאט אין האמבורג.

בילד: טראמפ קען נישט טרעפן האטעל צימער פאר דזשי. 20 סאמיט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל