פראנקרייך. - די פראנצויזישע רעגירונג האט געמאלדן א פלאן, צו העכערן די פרייזן פון א פעקל ציגארעטלעך צו צען יוראס, דאס מיינט 11.35$, אין לויף פון די קומענדיגע דריי יאר, געצילט אז ציגארעטלעך זאלן ווערן אזוי טייער אז מענטשן זאלן אויפהערן רויכערן. ווי ס'איז יעצט קאסט א פעקל ציגארעטלעך אין פראנקרייך ביי זיבן יוראס, 7.95$, היבש ווייניגער ווי די צען יוראס וואס ס'קאסט אין ענגלאנד און אין איירלאנד. פראנקרייך ליידט פון א פראבלעם אז איר באפעלקערונג וויל זיך נישט אפגעוואוינען פון רויכערן. אנדערש ווי ענגלאנד, וואו די צאל רויכערער איז געפאלן אין די לעצטע יארן פון 30 פראצענט פון דער באפעלקערונג צו 20 פראצענט, נאך א מאסיוון קאמפיין פון דער בריטישער רעגירונג. אין פראנקרייך איז די רויכערן ראטע ביי 30 פראצענט פון דער באפעלקערונג, ד.מ. מיט 50 פראצענט מער ווי אין ענגלאנד. די נייע מאסנאמען זענען א רייע פון געזונטהייט און ביזנעס אינציאטיוון וואס דער נייער פרעזידענט, עמאנועל מאקראן, האט איינגעפירט.

בילד: פראנקרייך גייט האבן העכסטע ציגארעטלעך פרייזן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל