סענדי קריק, ניו יארק. - צוויי קארס האבן אריינגעקראכט אין א מילך טאנקער טרעילאר, וועלכע האט זיך געשטעלט אויפ'ן ברייט פון א שאסיי, נאכדעם וואס דער דרייווער האט פארלוירן קאנטראל דערפון, ביים מאכן א שארפן דריי אויסצומיידן א דורכלויפנדיגן הערש. דער עקסידענט האט פאסירט אויף דער צפון ריכטונג פונעם אינטערסטעיט 81 שאסיי אין אסוועגא קאונטי, ניו יארק. דער טרעקטאר-טרעילאר האט זיך געשטעלט אויפ'ן ברייט פון ביידע צפון ריכטונג ליניעס, און ווען צוויי קארס זענען געקומען שנעל צופארן, האבן זיי נישט באמערקט דעם טרעילאר און זענען אונטערגעפארן אונטער'ן טרעילאר. די אקופאנטן פון ביידע אויטאס זענען ל"ע אומגעקומען. דער עקסידענט האט אפגעשפארט דעם שאסיי פאר 7 שעה. עקספערטן פארלאנגען שוין לאנג אז טרעילארס זאלן האבן א שוץ ביי די זייטן, ווייל אן עקסידענט וואס פאסירט ווען מ'גליטשט זיך אונטער טרעילארס, זענען פילע מאל פאטאל.

בילד: 4 אומגעקומען ביים אריינקראכן אין מילך טראק

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל