ניו יארק. - מעיאר דעבלאזיא איז טאקע נישט מער ווי א מעיאר פון א שטאט, אבער אלס פירער פון ניו יארק סיטי, א סיטי פון 9 מיליאן מענטשן, האט ער רעכט צו זיין ביים דזשי. 20 סאמיט. האט זיין אפיס דאנערשטאג געמאלדן אז ער איז אפגעפלויגן זיך צו באטייליגן ביים דזשי. 20 סאמיט אין האמבורג, דייטשלאנד. ער וועט זיך טאקע נישט באטייליגן אינעם קאנפערענץ זעלבסט, אבער ער וועט אנטיילנעמען אין די פארשידענע פארזאמלונגען ארום דעם סאמיט. ציניקער האבן געזאגט אז ער וועט אויך פילייכט העלפן די ארטיגע פאליציאנטן מיט עצות וויאזוי זיך צו ספראווען מיט די ווילדע ציושעטע פראטעסטירער, ווארום ניו יארק סיטי האט אסאך ערפארונג אויף דעם געביט. ס'איז נישט קלאר געווען צי דעבלאזיא וועט זיך דארטן טרעפן מיט'ן הויפט מחותן, דער אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ, מיט וועמען דעבלאזיא האט אנגעשטרענגטע באציאונגען. דעבלאזיא האט שטארק קריטיקירט טראמפ פאר'ן ארויסציען אמעריקע פונעם פאריז קלימאט אפמאך און האט דאן אונטערגעשריבן אן עקזעקוטיוו ארדער פארפליכטנדיג ניו יארק סיטי אנצוהאלטן די צילן וואס זענען ארויסגעלייגט געווארן אינעם פאריז קלימאט אפמאך.

בילד: מעיאר דעבלאזיא רייזט אפ קיין דייטשלאנד פאר'ן דזשי. 20 סאמיט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל