אטלאנטיק סיטי, ניו דזשערזי. - הונדערטער מענטשן האבן נעכטן באלאגערט דעם לאבי פונעם אפגעשפארטן טראמפ טאדזש מאהאל קאסינא האטעל, וואו מ'האט אפגעהאלטן א ליקווידאציע סעיל און מען האט געקענט קויפן אלערליי חפצים פונעם האטעל, וואס איז געבויעט געווארן אין די 990'ער יארן. מענטשן זענען געקומען מיט דער האפענונג צו כאפן עפעס מיט'ן נאמען 'טראמפ' אויף זיך און דאס קענען פארקויפן שפעטער. אבער זיי זענען אנטוישט געווארן. אלעס מיט'ן נאמען פון טראמפ איז שוין לאנג באזייטיגט געווארן פונעם האטעל. טראמפ זעלבסט האט פארלוירן דעם האטעל, ווען זיין קאסינא קאמפאני האט באנקראטירט אין 09'. דער האטעל איז אפגעקויפט געווארן דורך דער הארד ראק פירמע, וועלכע האט דאס אפגעקויפט פון דעם אינוועסטירער קארל איקען, פאר 50 מיליאן דאלאר. דער פלאן איז צו רענאווירן דעם האטעל און צוריק עפענען קומענדיגן זומער.

בילד: טראמפ אנהענגער קומען כאפן מציאות ביי טאדזש מאהאל ליקווידאציע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל