פעטערסאן, ניו דזשערזי. - א פאליציאנט איז פארוואונדעט געווארן ביים פאטראלירן די נאכט נאך יולי 4, ווען צעווילדעוועטע סעלעברירער האבן געטראסקעט פייערווערק אונטער זיין אויטא. ער איז פונקט ארויסגעטרעטן פון אויטא בשעת ס'האט אויפגעריסן מיט א קראפט פון אונטן און האט געווארפן שראפנעלן אין זיין האנט. דער ארטיגער פאליציי טשיף האט געזאגט אז עס איז געווען בלויז איינע פון דריי אינצידענטן אין וועלכע פייערווערק זענען געווארפן געווארן אין ריכטונג פון פאליציי קארס, עס איז נישט קלאר צי די שולדיגע זענען געכאפט געווארן.
הוסף רשומת תגובה